ייִדיש עדוקאַציע אין חסידישע מותדות’ען

אַ גערוישן אין די חסידישע גאַסן. רבנים ריפֿן מסיבות, האַלטן דרשות, און שרײַען געוואַלד. די חסידישע צײַטונגען שרײַבן מיט גרויסע, שוואַרצע אותיות וועגן דאָס נײַע, שרעקלעכע גזירות שמד וואָס האָט באַטראָפֿן דאָס חסידישע קהילה, וועגן די רדופֿת אַנטקעגן חסידישע תּלמידי תּורה’ס. די שׂונא ישׂראל ווילן חרובֿ מאַכן דאָס ייִדישקייט אין אַמעריקע. זיי ווילן אַװעק נעמען דאָס תּמימותדיקייט פֿון אונדזערע הײליקע, ריינע תּינוקות־של־בית־רבן און זיי אויסלערנען טרײפֿענע לימודים, לימידי חל. דאָס טומל איז אַ דאַנק די נײַע תּקנות וואָס די DOE האָט לעצטנס אַרױס געגעבן. תּקנות וואָס פֿאַרלאַנגט וואָס חסידישע חדרים דאַרפֿן לערנען מיט זייערע קינדער. די חסידים שרײַען אָבער “מיש דיך נישט אַרײַן אין אונדזערע געשעפֿטן. אונדז ווייסן וואָס איז דער בעסטע וועג צו אױפֿציִען אונדזערע קינדער. און אונדז געבן אונדזערע קינדער דער בעסטע חינוך.”

כאָטש אַפֿילו עס איז זייער װיכטיק צו רעדן וועגן דעם ענין פֿון לימודי־חול אין חסידישע מותדות’ען, צו זיי דאַרפֿן יאָ געבן זייערע קינדער אַן עדוקאַציע אָדער נישט, הײַנט וויל איך רעדן פֿון עפּעס אַנדערשט. עפּעס וואָס אַפֿילו די חסידים קענען זיך נישט דינגען מיט מיר. עפּעס וואָס זיי דאַרפֿן לערנען מיט זייער קינדער אָבער זיי לערנען נישט און דאָס איז ייִדיש. מסתּמא וווּנדערסטוּ זיך וווּ אַזױ קאָן דאָס זיין. װי אַזױ איז דאָס מעגלעך אַז חסידים לערנען נישט אויס זייערע קינדער ייִדיש ווען דאָס איז זייער מאַמע לשון, ווען דאָס איז דער שפּראַך וואָס זיי האַלטן הײליק. איך קאָן דיר דאָס נישט ענטפֿערן ווייל איך פֿאַרשטײ דאָס אויך נישט. אָבער װאָס איך ווייס יאָ איז װאָס מען האָט מיט מיר געלערנט. אָדער, בעסער געזאָגט, װאָס מען האָט מיט מיר נישט געלערנט. איך ווייס וואָס גייט פֿאָר אין די חסידישע מותדות’ען ווייל איך בין אויפגעװאַקסן אין אַ חסידישע שטוב. אין א שטוב וואָס מען האָט גערופֿן דעם dining room שבת צימער, און אַנשטאָט pizza האָבן מיר געהאַט מילכיקע מזונות ברויט.

לאָמיר אָנפֿאַנגען פֿון אָנהײב. ווען איך בין געווען פֿינף יאָר אַלט האָט מען מיר אַרײַגעפֿירט אין חדר אַרײַן. דאָס ערשטע יאָר האָט מען מיט מיר געלערנט די אלף-בית. ווי אַזױ צו לײענען‏‬, ווי אַזױ צו שרײַבן‏‬ יעדער אות, און אַפֿילו ווי אַזױ צו שרײַבן‏‬ די ניקדות. נאָך אַ האַלבע יאָר פֿון כאַפּן מכּות רוצח ווייל איך האָב געזאָגט קמץ-אלף אַנשטאָט פּתך-אלף האָב איך שוין, ברוך השם, געקענט לײענען‏‬ דעם חומש. דעם קומעדיקע יאָר האָט מען געלערנט‏‬ מיט מיר נישט נאָר חומש אָבער אויך רשי. פֿאַר זעקס שעה אַ טאָג בין איך געזעסן און געלערנט חומש און רשי. די יאָרן נאָכדעם האָבן אונדז געלערנט מישניות, גמרא, און תּוספֿות. און כּיתּה ו האָט מען אַפֿילו אָנגעפֿאַנגען לערנען מיט אונדז ענגליש און חשבון (פֿאַרשטײט זיך אַז דאָס האָט נישט אָנגעהאַלטן פֿאַר זייער לאַנג). דורך די אַלע יאָרן, אָבער, האָב איך אָבער נאָך אַלץ נישט געלערנט די רעגולאַציע‏‬ס פֿון ייִדיש. איך האָב געקענט לײענען‏‬ און שרײַבן‏‬ ייִדיש אָבער איך האָב נישט געקענט די הלכות.

די איינציקע יאָר וואָס איך האָב יאָ געלערנט ייִדיש איז געווען אין כּיתּה ז. און ווען איך זאָג איך האָב געלערנט ייִדיש מיין איך נישט אַז איך האָב געלערנט דעם חילוק צװישן‏‬ און און אין. ניין, חס-ושלום, אַ קינד זאָל זיצן און נישט לערנען דיִ הײליקע תּורה? דאָס איז נישט געהערט געוואָרן. איך מיין אַז איך האָב גענומען דאָס ערשטע דרײַ-פֿערטל שעה פֿונעם טאָג און איבער געשריבן איינס אָדער צוויי בלעטער פֿון אַ ייִדישע ספֿר. דאָס איז געווען דאָס מערסטע וואָס איך האָב געלערנט וועגן ייִדיש סײַ און חדר און סײַ אין ישיבֿה.

כאָטש אַפֿילו חסידים רעדן ייִדיש, זייער װײניק‏‬ לערנען אויס זייער קינדער דיקדוק. זייער װײניק‏‬ חסידישע קינדער און דערפֿאַר װײניק‏‬ דערװאַקסענער‏‬ קענען שרײַבן‏‬ אַ ריכטיקע ייִדיש, כּלל-שפּראַך. רובֿ חסידישע חדרים האָבן, לעולם, אַן ענלעכע חינוך אין זייערע תּלמוד תּורה’ס ווי דאָס וואָס איך האָב באַקומען. רובֿ פֿונעם טאָג לערנט מען גמרא און חומש. פֿון דעס וועגן דאָך פֿאַרלאַנגט מען פֿון קינדער צו קענען קענען אויף ייִדיש. דערפֿאַר ווען איינער פּראָבירט צו ענפֿערן‏‬ דעם קשיא איז ייִדיש טויט? קאָן מען נישט אריינרעכענען חסידים אַלץ א חלק פֿון דעם פֿאָלק וואָס רעדט ייִדיש. חסידיש ייִדיש איז א אַנדערע שפּראַך אין גאַנצן, נישט נאָר אַן אַנדערע דיִאַלעקט. חסידיש ייִדיש איז א שפּראַך אָן הלכות אָן גראַמאַטיק. חסידיש ייִדיש איז נישט דעם זעלבע שפּראַך ווי כּלל-שפּראַך.

אײַן זאַך איז זיכער חסידים האָבן אַ סך זיך צו פֿאַרבעסערן. איך פֿאַרלאַנג נישט אַז חסידישע חדרים זאָלן מאָרגן אָנהייבן צו לערנען מיט קינדער מוזיק, װיסנשאַפֿט, היסטאָריע, ליטעראַטור, די היסטאָריע פֿון דעם ייִדישע געשיכטע און פֿון דעם חורבן, און דאָס גלייכען (אַפֿילו אַז איך האַלט אַז זיי דאַרפֿן). איך רעד פֿון לערנען מיט די קינדער ווי אַזוי צו שרײַבן‏‬ ייִדיש. וואָס איך פֿאַרלאַנג יאָ איז אַז זיי זאָלן אָנהױבן‏‬ לערנען די ריכטיקע וועג צו שרײַבן‏‬. עס איז אַ חרפּה און אַ בושה אַז אַ חסידישע קינד װײַסן‏‬ מער וועגן אביי און רבא ווי ער ווייסט ווי אַזוי צו שרײַבן. קײנער קאָן מיר נישט איבערצײַגן אַז עס איז אַ שאָד דאָס צײַט צו לערנען מיט קינדער ייִדיש גראַמאַטיק. אױסלערנען שרײַבן איז װיכטיקער פֿון לערנען חומש און רשי. עס איז װיכטיקער צו קענען שרײַבן‏‬ ווי עס איז צו וויסן ווער איז שולדיק אויב דיין אָקס האָט געשטויסן מײַן אָקס. שרײַבן‏‬ איז קריטיש צו ווערן אַ גוט לייענער. שרײַבן‏‬ העלפֿט אונדז מיט קאָמוניקאַציע און טראַכטן געניטשאַפֿטען, און שרײַבן‏‬ היט אָפּ געדאַנקען, מחשבֿות, און זכרונות פֿאַר קומעדיקע דורות.

די פּראָבלעם איז אַז חסידים ווערן פֿרומער און פֿרומער. יעדער רבי פּרוּװ צו ווײַזן אַז זיי קאָנען אויפֿקומען מיט בעסערע אײַנפֿאַלן מיט גרעסערע שטותים צי ווײַזן וועלט אַז זיי קאָנען זיין פֿרומער פֿון דעם טאַטן. פֿאַרשטייט זיך אַז די רבי’ס אַליין ווילן לעבן אין עושר און אין כּבֿוד. זיי ווילן האָבן דאָס נײַסטע קאַר, די שענסטע בנינים, די מערסטע חסידים, אָבער אויך הײסן דאָס פֿרומסטע. די הײַנטיקע רבנים גייט נישט אָן וואָס זייער חסידים מאַכן מיט. ווי לאַנג זיי לעבן מיט זייער לוקסוס איז אַלץ גיט. עס איז דערפֿאַר נישט קיין װוּנדער‏‬ אַז חסידים לערנען נישט קיין ייִדיש. די רבי’ס קאָנען זיך נישט זיך דערלױבן‏‬ אַז זייער חסידים זאָלן קאָנען טראַכטן פֿאַר זיך אַליין. זיי מוזן‏‬ זיכער‏‬ מאַכן אַז יעדער חסיד זאָל בלײַבן צוגעבונדן צו דעם חסידישע קהילה. ווייל די מינוט וואָס אַ חסיד טראַכט פֿאַר זיך אַליין פֿאַרלירט דעם רבי זיין השפּעה איבער אים.

עס איז שוין געקומען העכסט צײַט פֿאַר חסידים צו ווערן זייער אייגענע משיח, פֿאַר חסידים זיך אַליין אױסלײזן‏‬ פֿונעם גלות וואָס זייערע רבי’ס האָבן זיי אַרײַנגעוואָרפֿן אין. עס איז העכסט צײַט פֿאַר חסידים צו אײַנזען אַז זייערע רבי’ס האָבן נישט אין זינען דעם טובֿות כּלל נאָר דעם טובֿות פּרט. די רבי’ס זאָרגן זיך נאָר פֿאַר זייערע אײגענען‏‬ פֿאַרמעגן, ממשלה, און רעספּעקט. אויב חסידים ווילן לעבן אַ בעסערע לעבן, דאַרפֿן זיי דאָס נעמען מיט כּוח. זיי קאָנען זיך מער נישט לאָזן ווערן געפֿירט בײַ דעם נאָז װי בהמות צום שעכטן‏‬ ברעטל‏‬. חסידים דאַרפֿן פֿאַרלאַנגען פֿון זייערע חדרים אַז זיי זאָלן אָנהײבן‏‬ געבן אַ בעסערע‏‬ עדוקאַציע פֿאַר זייערע קינדער. לערנען ייִדיש איז נאָר דאָס ערשטע שריט צו לעבן אַ בעסערע לעבן.

Leave a Reply

Your email address will not be published. Required fields are marked *